אוגוסט 19, 2008

א ביסל שפּײט, אָבער אלץ גוט

עס איז שױן כמעט צװײ װאָכן זינט איך האָב לעצט געשריבן!

די װאָך האָב איך נײעס, חבֿרה! די װאָך האָב איך באַשלאָסן צו צוריקגײן אין גראַדויר-שול אַרײן. ס'איז טאַקע אַ גרױסע באַשלוס, װײַל לעצטער נאָװעמבער, װען איך בין אװעקגעגאַנגען פֿון שול, בין איך געװען זײער אומגליקלעך. איך װיל נישט נאָך אַ מאָל זײַן אַזױ אומגליקלעך דעם קומענדיקן יאָר.

טאָ, דאָס מאָל װעל איך פּרוװן צו קומען צו דער אַרבעט אַ ביסל אַנדערשט. ערשטנס, דאַרף איך נאָך נאָר אײן יאָר-לאַנג קורס, און איך מעג נעמען אײן קורס װעגן פֿעמיניסטישע מעטאָדאָלאָגיע, װאָס װעט, איך האָף, זײַן אַ ביסל אינטערעסאַנט און נישט צו שװער. און צװײטנס, װעל איך בײַטן די טעמע פֿון מײַןמאַגיסטערס פּראָיעקט. לעצטע יאָר האָב איך זיך געקליבן צו טאָן אַ פּראָיעקט װעגן די שטעלונגען אױף נאַטור-װיסנשאַפֿט אין פֿעמיניסטישן שטודיום. אָבער איצט װעל איך טאָן אַ פּראָיעקט װעגן ײִדישע קאָמישע אַרטיסטקעס און קאָמיקערינס אױף "ײִדישן װאָדװיל" פֿון די 1920s ביז די 1940s. איך מײן אַז דאָס װעט זײַן זײער אַ בעסערע טעמע. גראַדויר-שול איז גענוג שװער - איך װיל אַ ביסל הנאה האָבן!

אױ, ס'איז שפּײט! איך דאַרף אַװעקגײן! זײַט געזונט!

אוגוסט 08, 2008

מײַו גאָרטן

נעכטן בײַ נאַכט האָב אין געחלומט אַז מײַן קלײן גאָרטן איז איבערגעפֿאָרן געװאָרן בײַ אַ משׂא-אױטאָ. ז'איז געװען אַ שרעקלעכער חלום!

עפֿשר האָב איך עס געחלומט װײַל אין מײַ, האָבן שטאָט-אַרבעטערס טאַקע איבערגעפֿאָרן די בולבעס װאָס איך האָב אײנגעפֿלאַנצט אין דעם זעלבן אָרט װעגן װאָס איך האָב געחלומט! די שטאָט האָט געמײנט אַז מײַן בולבעס-גערטנערל איז געװען אַ לאָך װאָס מ'דאַרף פֿאַרשיטן מיט גראָז! אידיאָטן! אױ, בין איך געװען אַזױ אין כּעס.

איצט האָב איך דאָרט אײַנגעפֿלאַנצט נאָך בולבעס, און אױך אוגערקעס, פּאָמידאָרן, בוריקעס (beets), איטאַליענישער קאָפּער (fennel), קאַװענע (watermelon), און ערד-קאַרשן (ground cherries). און צוליב דעם רעגן דאָס יאָר, די גרינסן װאַקסן זיך פּאַמעלעכער - די פּאָמידאָרן זײַנען נאָך ניט רױט. עס װעט זײַן טאַקע אַ טראַגעדיע אױב אַ משׂא-אױטאָ װאָלט איצט איבערגעפֿאָרן די נאָך-גרינע פּאָמידאָרן!

זײַט געזונט, חבֿרה!

אוגוסט 04, 2008

מײַן קאַץ קלאָדיע

הײַנט נאָך מיטאָג בין איך מיטגעשלאָפֿן מיט מײַן טײַערע קעצל װאָס זי הײסט קלאָדיע.

זי איז די שענסטע, בעסטע קעצעלע אין דער גאַנצער װעלט. זי איז אַ קראַנקע, נעבעך, שױן פֿופֿצן-זעכצן יאָר אַלט. אָבער זי איז גאַנץ װײַס װי נײַ-געפֿאַלטער שנײ, און װײַך װי זײַד. קלאָדיע איז מײַן באַליבסטע חבֿרטע.

ס'איז גאָרנישט נישטאָ בעסער צו טאָן װי כאַפּן אַ קאַץ-דרעמל מיט מײַן טײַערע קלאָדיען.

אוגוסט 03, 2008

ברוך-הבא!

שלום-עלעכם! ברוך-הבא!

איך הײס פײגי, און דאָס איז מײַן נײַער בלוג, מיט װעלכער איך האָף זיך צו געניטן מײַן ײִדיש.

איך לערן זיך ײִדיש שױן דרײַ און אַ האַלב יאָר. מײַן ײִדיש איז נישט זײער אַ גוטער, אָבער איך בין זיך מאָטיװירט און פֿאַרעקשנט צו אױסלערנען! איך װיל פֿאַרשטײן און רעדן ײִדיש גלײַך װי איך קען ענגליש. נו... עפֿשר נישט גלײַך װי ענגליש, אָבער בעסער װערט זײַן גוט!