מאי 27, 2009

װען װעט די שול זײַן געענדיקט?!

די װאָך דאַרף איך שרײַבן אַן עסײ פֿאַר מײַן פעמעניסטישע מעטאָלאָגיע קורס, און איך װיל דאָס טאַקע נישט טאָן. איך האָב נישט געשריבן אַן עסײ זינט מיט צװײ יאָר צוריק. דאָס מאַכט װאָס האָט פֿאַר מיר שטענדיק געפֿלעגט זײַן אַ שלעכטע זאַך נאָר שלעכטער. איך װינטש אַז איך װאָלט נישט געדאַרפֿן שרײַבן קײַן עסײ. איך װיל נאָר צו לײענען מעשׂות אױפֿן אינטערנעץ װעגן דעם נײַעם 'סטאַר טרעק' פֿילם, און קוקן אױפֿן טעלעװיזיע, און אַרבעט אין אונדזער גאָרטן.

שול האָב איך פֿײַנט!

מרץ 02, 2009

דער װעטער גײט װײַטער...

ס'איז שױן מאַרץ, אָבער ס'איז נאָך נישט פֿרילינג!

די װאָך איז אין דרױסן גלײַך אַזױ קאַלט װי אין מײַן לעצטן פֿאַרשרײַבונג. נײַן, ס'װערט טאַקע קילטער.

אױ, בין איך זאַט פֿון אָט דעם װינטער.

פברואר 17, 2009

עס װאלט געװען בעסער צו זײן אין בעט!

ס'איז אַזױ קאַלט הײַנט אין דער פֿרי, אַז ס'װאָלט געװען בעסער צו בלײַבן אין בעט דעם גאַנצן טאָג!

עס זײַנען דאָ אַ סך שליסלעך אין אָפּגאָס װאָס מע דאַרף ראַמען, און איך װאָלט דאָס געטאָן, אַז ס'איז נישט געװען אַזױ קאַלט אין דירה. ס'איז צו קאַלט צו אױפֿדעקן די אָרעמס!

אױ, דער פֿעברואַר איז אַ לאַנגער, שװערער, קאַלטער מאָנאַט. בענק איך נאָך פֿרילינג!

נובמבר 14, 2008

איך קען נישט שלאפן

ס'איז זײער שפּעטיק (אָדער זײער פֿריִיִק!) און איך קען נישט שלאָפֿן.

לעצטנס פֿיל איך זיך נישט אַזױ גוט. דער בױך טוט מיר װײ. איך גײ נישט אָפֿט אין דרױסן. איך שלאָף שלעכט בײַ נאַכט, און איך קען נישט זיך אױפֿװעקן אין דער פֿרי. און מער פון דאָס אַלץ האָב איך אַזױ פיל שול-אַרבעט צו טאָן -- אַפֿילו אַז די אוניװערסיטעט איז אױפֿן 'סטרײַק', זאָל איך אַרבעטן אױף מײַן MRP, מײַן פּראָיעקט, װאָס איך האָב קײן שום אָנגעהױבן -- און איך טו כּמעט גאָרנישט. לעצטנס בין איך אַ פֿױלערקע!

איך װײס אַז איצט װעל איך נישט קענען שלאָפֿן ביז פֿיר אָדער פֿינף אין דער פֿרי. נישט קענענדיק שלאָפֿן איז אַ שרעקלעכע
זאַך! מאָרגן װעל איך זיך פֿילן דאָך ערגער. װאָס קען מען טאָן?

אַ גוטע נאַכט, חבֿרה!

אוקטובר 13, 2008

דער האַרבסט איז שױן געקומען

זײַ מיר מוחל, ס'איז געװען צו שפּעט זינט איך האָב לעצטנס געשריבן!

מיר זײַנען געװען זײער פאַרנומען דעם חודש. אין דעם ערשטן װאָך סעפּטעמבער האָבן מיר זיך איבערדעצױגן. איצט װױנעך איך און די מאַמע אין דער קעלערשטוב פַון איר הױז. איך שלאָף אין דעם שלאָפצימער, און די מאַמע שלאָף אין דעם װױנצימער. זײַנען מיר אַ ביסל אָנגעפּאַקט (?), אָבער ס'איז נאָר ביז די שװעסטער װעט גײן אין גראַדויר-שול אין אַ יאָר אַרום.

דען האָט די שװעסטער איבערגעלעבט אַ שרעקלעכע רײ געשעענישן, און מיר זײַנען אַלע פארנומען מיט איר העלפן און טרײסטן.

און דען, מיט אַ װאָך צוריק איז די מאַמע געװען קראַנק מיט דער לונגען-אָנצינדונג!

אין בין אױך אַ ביסל פאַרקילט. צום באַדױרן האָב איך געקױפט בילעטן פאַר דער אָפּעראַ דעם שבת און דעם קומענדיקן שבת. איך האָף אַז איך װעל זיך נישט פאַרהוסטן! עס װאָלט געװען אַ שאָד אױב איך װעל נישט קענען גײן. װינטשט אַז איך זאָל זײַן מיט מזל!

זײַט געזונט, חברה!

אוגוסט 19, 2008

א ביסל שפּײט, אָבער אלץ גוט

עס איז שױן כמעט צװײ װאָכן זינט איך האָב לעצט געשריבן!

די װאָך האָב איך נײעס, חבֿרה! די װאָך האָב איך באַשלאָסן צו צוריקגײן אין גראַדויר-שול אַרײן. ס'איז טאַקע אַ גרױסע באַשלוס, װײַל לעצטער נאָװעמבער, װען איך בין אװעקגעגאַנגען פֿון שול, בין איך געװען זײער אומגליקלעך. איך װיל נישט נאָך אַ מאָל זײַן אַזױ אומגליקלעך דעם קומענדיקן יאָר.

טאָ, דאָס מאָל װעל איך פּרוװן צו קומען צו דער אַרבעט אַ ביסל אַנדערשט. ערשטנס, דאַרף איך נאָך נאָר אײן יאָר-לאַנג קורס, און איך מעג נעמען אײן קורס װעגן פֿעמיניסטישע מעטאָדאָלאָגיע, װאָס װעט, איך האָף, זײַן אַ ביסל אינטערעסאַנט און נישט צו שװער. און צװײטנס, װעל איך בײַטן די טעמע פֿון מײַןמאַגיסטערס פּראָיעקט. לעצטע יאָר האָב איך זיך געקליבן צו טאָן אַ פּראָיעקט װעגן די שטעלונגען אױף נאַטור-װיסנשאַפֿט אין פֿעמיניסטישן שטודיום. אָבער איצט װעל איך טאָן אַ פּראָיעקט װעגן ײִדישע קאָמישע אַרטיסטקעס און קאָמיקערינס אױף "ײִדישן װאָדװיל" פֿון די 1920s ביז די 1940s. איך מײן אַז דאָס װעט זײַן זײער אַ בעסערע טעמע. גראַדויר-שול איז גענוג שװער - איך װיל אַ ביסל הנאה האָבן!

אױ, ס'איז שפּײט! איך דאַרף אַװעקגײן! זײַט געזונט!

אוגוסט 08, 2008

מײַו גאָרטן

נעכטן בײַ נאַכט האָב אין געחלומט אַז מײַן קלײן גאָרטן איז איבערגעפֿאָרן געװאָרן בײַ אַ משׂא-אױטאָ. ז'איז געװען אַ שרעקלעכער חלום!

עפֿשר האָב איך עס געחלומט װײַל אין מײַ, האָבן שטאָט-אַרבעטערס טאַקע איבערגעפֿאָרן די בולבעס װאָס איך האָב אײנגעפֿלאַנצט אין דעם זעלבן אָרט װעגן װאָס איך האָב געחלומט! די שטאָט האָט געמײנט אַז מײַן בולבעס-גערטנערל איז געװען אַ לאָך װאָס מ'דאַרף פֿאַרשיטן מיט גראָז! אידיאָטן! אױ, בין איך געװען אַזױ אין כּעס.

איצט האָב איך דאָרט אײַנגעפֿלאַנצט נאָך בולבעס, און אױך אוגערקעס, פּאָמידאָרן, בוריקעס (beets), איטאַליענישער קאָפּער (fennel), קאַװענע (watermelon), און ערד-קאַרשן (ground cherries). און צוליב דעם רעגן דאָס יאָר, די גרינסן װאַקסן זיך פּאַמעלעכער - די פּאָמידאָרן זײַנען נאָך ניט רױט. עס װעט זײַן טאַקע אַ טראַגעדיע אױב אַ משׂא-אױטאָ װאָלט איצט איבערגעפֿאָרן די נאָך-גרינע פּאָמידאָרן!

זײַט געזונט, חבֿרה!